מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    ― װאָס עפּעס אַזױ שפּעט? טו נאָר אַ קוק אַהער! ― האַלט מיך דער רבי פֿאָר און װײַזט מיר אָן מיטן פֿינגער אַף מײַן חבֿר „בערל דעם רױטנס“, װאָס שטײט אין אַ װינקעלע מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ. ― זעסטו, װײַסער־חבֿרהניק? זאָלסטו װיסן זײַן, אַז פֿון הײַנטיקן טאָג אָן און װײַטער איז שױן זײַן נאָמען ניט „בערל דעם רױטנס“, װי ער האָט געהײסן ביז אַהער. נײן! ער הײסט אַצינד אַ שענערן נאָמען; אַצינד הײסט ער: בערעלע דער גנבֿ! ― שרײַט זשע, קינדער: בערעלע דער ג־אַ־אַנבֿ! בערעלע דער ג־אַ־אַ־נבֿ!
    די דאָזיקע װערטער ציט אױס דער רבי מיט אַ ניגון, און אַלע תּלמידים כאַפּן אים אונטער, װי די משוררים:
    ― בערעלע דער גאַ־אַ־נבֿ! בערעלע דער ג־אַ־אַ־נבֿ! איך בלײַב אַ פֿאַרשטײנערטער, און אַ פֿראָסט גײט מיר איבער אַפֿן לײַב. איך פֿאַרשטײ ניט װאָס דאָס באַדײַט… ― װאָס שװײַגסטו, דו שײגעץ אײנער?… ― רופֿט זיך אָן דער רבי צו מיר מיט אַן אומגעריכטן פּאַטש. ― װאָס שװײַגסטו, דו גױעץ? דו הערסט דאָך, אַז אַלע זינגען. העלף זינגען מיט אַלע גלײַך: „בערעלע דער גאַ־אַ־נבֿ, בערעלע רער ג־אַ־אַ־נבֿ!“ עס ציטערן מיר הענט און פֿיס. עס קלאַפּט מיר אַ
    צאָן אַף אַ צאָן. נאָר איך העלף זינגען „בערעלע דער ג־אַ־אַ־נבֿ!“ ― העכער, שײגעץ אײנער! ― טרײַבט מיך אונטער דער רבי. ― שטאַרקער! שטאַרקער!… און איך מיטן גאַנצן כאָר זינגען אַף אַלערלײ קולות: „בערעלע דער ג־אַ־א־נבֿ! בערעלע דער ג־אַ־אַ־נבֿ!“…

     

     

    צילומים: נדב מנור / שיראל וקנין