מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    הערט, ייִדישע קינדער, איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַ מעסערל; נישט קײן אױסגעטראַכטע מעשׂה, נאָר אַן אמתע, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט מיר טאַקע אַלײן. צו קײן זאַך אַף דער װעלט האָב איך אַזױ קײן חשק ניט געהאַט, װי צו אַ מעסערל; קײן זאַך אַף דער װעלט האָב איך אַזױ ניט געגאַרט צו האָבן, װי צו האָבן אַ מעסערל, אַן אײגן מעסערל. דאָס מעסערל זאָל ליגן אין קעשענע, און װען איך װיל, זאָל איך דאָס מיר אַרױסנעמען, און װאָס איך װיל, זאָל דאָס מיר שנײַדן ― און לאָזן מײַנע חבֿרים װיסן! איך האָב נאָר־װאָס אָנגעהױבן גײן אין חדר, צו יוסיל דרדקי, האָב איך שױן געהאַט אַ מעסערל, דאָס הײסט, כּמעט, כּמו װי אַ מעסערל. איך האָב דאָס מיר טאַקע אַלײן געמאַכט. איך האָב אױסגעריסן אַ גענדזענע פֿעדער פֿון אַ פֿלעדערװיש, פֿון אײן זײַט אָפּגעהאַקט, פֿון דער אַנדערער זײַט אױסגעגלעט און האָב מיר פֿאָרגעשטעלט, עלעהײ ס'איז אַ מעסערל און סע שנײַדט

     

     

    צילומים: ענאל תמיר / אורי אבני