מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    ― אין אַ פּאָר װאָכן אַרום נאָך מײַן אױפֿשטײן פֿון בעט רופֿט זיך אָן צו מיר דער טאַטע:

    ― נו, מײַן זון, אַצינד גײ אין חדר אַרײַן, און האָב שױן מער ניט אינזינען קײן מעסערלעך מיט קײן נאַרישקײטן … שױן צײַט זאָלסט שױן אָנהײבן װערן אַ שטיקל מענטש; אם ירצה השם, איבער דרײַ יאָר װערסטו שױן בר־מצוה, צו הונדערט און צװאַנציק יאָר, קכע־הע־הע!

    מיט אַזעלכע זיסע װערטער שיקט מיך דער טאַטע אַרױס אין חדר אַרײַן צום נײַעם מלמד, צו רב חײם קאָטער. דאָס ערשטע מאָל הער איך פֿון מײַן בײזן טאַטן אַזעלכע גוטע װײכע װערטער, און איך פֿאַרגעס אין אײן מינוט אַלע זײַנע רדיפֿות, מיט אַלע זײַנע קללות, מיט אַלע זײַנע פּעטש, גלײַך װי ס'איז גאָרנישט געװען אַף דער װעלט. איך זאָל מיך ניט שעמען, װאָלט איך אים אַרומגעכאַפּט קושן. נאָר כי־כי־כי ― װיִאַזױ קושט מען אַ טאַטן?…

    די מאַמע גיט מיר מיט אין חדר אַרײַן אַ גאַנצן עפּל מיט צװײ גראָשן, און אױך דער דײַטש שענקט מיר אַ פּאָר קאָפּיקעס מיט אַ קניפּ אין בעקל, רעדט אַף זײַן שפּראַך:

    ― היפּשער קנאַבע! גוט, גוט!…

    איך נעם די גמרא „ביצה“ אונטער דער האַנט, איך טו אַ קוש די מזוזה און גײ אין חדר אַרײַן, װי אַ נײַ־געבאָרענער, מיט אַ רײן האַרץ, אַ גרינג האַרץ, מיט אַ לױטערן קלאָרן קאָפּ, מיט נײַע מחשבֿות, מיט פֿרישע, ערלעכע, פֿרומע געדאַנקען. די זון קוקט־אַראָפּ און גריסט צו מיר אירע װאַרעמע שטראַלן. דאָס װינטעלע פֿאַרגנבֿהט זיך צו מיר אונטער אַ פּאה, די פֿײגעלעך פּישטשען: „טיף־טיף־טיף־טיף!“ … עס הײבט מיך, עם טראָגט מיך אין דער לופֿטן, עס װילט זיך מיר לױפֿן, שפּרינגען, טאַנצן ― אַך, װי גוט, װי זיס דאָס איז, אַז מע לעבט און מען איז אַן ערלעכער, מען איז ניט קײן גנבֿ, ניט קײן ליגנער!

    איך קװעטש צו די גמרא צום האַרצן שטאַרק־שטאַרק, און לױף אין חדר אַרײַן געשמאַק־געשמאַק, און איך שװער באַ דער גמרא, אַז איך װעל קײנמאָל, קײנמאָל ניט זאַטשעפּען קײן פֿרעמדס, קײנמאָל, קײנמאָל נישט גנבֿהנען, קײנמאָל, קײנמאָל ניט לײקענען, תּמיד זײַן אַן ערלעכער, אַן ערלעכער, אַן ערלעכער…

     

     

    צילום: איילה שפיצר