מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    אָר דאָס איז אַלץ געװען צום אָנהײב, בשעת איך האָב אים נאָך גאָרניט געקענט; אָבער נאָכדעם, אַז איך האָב מיך שױן גוט באַקענט מיט דעם דאָזיקן דײַטש הער הערץ הערצענהערץ (ער איז אָפּגעזעסן באַ אונדז אין שטוב אַ יאָר כּסדר), האָב איך אים אַזױ ליב געקריגן, אַז עס האָט מיך שױן מער נישט געאַרט, װאָס ער דאַװנט נישט און עסט אומגעװאַשן. תּחילת האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען װיִאַזױ לעבט ער? װיִאַזױ האַלט אים גאָט אַף דער װעלט? װיִאַזױ װערט ער ניט דערװאָרגן באַם עסן? װיִאַזױ קריכן אים ניט אױס די האָר פֿונעם נאַקעטן קאָפּ? פֿונעם רבין „מאָטיע מלאך־המות“ האָב איך געהערט, פֿון זײַן מױל אַלײן, אַז דער דאָזיקער ייִדישער דײַטש איז גאָר אַ גלגול, דאָס הײסט: אַ ייִד איז מגולגל געװאָרן אין אַ דײַ טש, װאָס שפּעטער קאָן ער נאָך מגולגל װערן אין אַ װאָלף, אין אַ בהמה, אין אַ פֿערד, אָדער גאָר אין אַ קאַטשקע… אין אַ קאַטשקע?

     

     

    צילומים: כליל אלקרט / ספיר אלקובי