מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    זומער־לעבן. די זון זעצט זיך, די לופֿט װערט עטװאָס קילער, דאָס גראָז שמעקט, די זשאַבעס קװאַקען און שטיקער כמאַרעס פֿליִען דורך, אָן רעגן, פֿאַרבײַ דער לבֿנה, װילן זי אײַנשלינגען! די װײַסע זילבערנע לבֿנה באַהאַלט זיך אַלע מינוט און באַװײַזט זיך װידער, דאַכט זיך, זי שװעבט און שװעבט ― און שטײט אַף אײן אָרט. דער טאַטע זעצט זיך צו אַפֿן גראָז אין אַ כאַלאַט, האַלב נאַקעט, מיט אַ װײַסן טלית־קטן, האַלט אײן האַנט אין בוזעם און מיט דער אַנדערער האַנט שאַרט ער באַ דער ערד און קוקט אַפֿן אױסגעשטערנטן הימל און הוסט. דאָס פּנים אַנטקעגן דער לבֿנה איז טױט, פֿאַרזילבערט. ער זיצט פּונקט אַף דעם אָרט, װוּ דאָס מעסערל ליגט באַגראָבן. און ער װײס גאָרניט, װאָס אונטער אים טוט זיך. אַך, װען ער זאָל, אַשטײגער, װיסן! װאָס װאָלט ער געזאָגט? װאָס װאָלט איך געהאַט?

     

     

    צילומים: נעם פויכטונגר / רותם אייש-זבודיבקר