מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    דער טאַטע, מיט אַ יאַרמלקע אַפֿן קאָפּ זיצט איבער אַ ספֿר, לערנט און הוסט, הוסט און לערנט.
    די מאַמע איז אין קיך, פּאָרעט זיך באַ דער חלה. איך הער נישט אױף דאָס מעסערל צו שאַרפֿן, שאַרפֿן…
    פּלוצעם כאַפּט זיך אױף דער טאַטע װי פֿונעם שלאָף:
    ― װער פּישטשעט דאָרטן? װער אַרבעט דאָס? װאָס טוסטו, דו שײ־ײ־געץ אײנער?
    גײט צו צו מיר און בײגט זיך אָן איבער מײַן שאַרפֿשטײנדל און כאַפּט מיר פֿאַרן אױער און פֿאַרהוסט זיך.
    ― אַ־אַ־א? מעסערלעך!? הע־הע־הע! ― זאָגט דער טאַטע און נעמט צו באַ מיר דאָס מעסערל מיטן שאַרפֿשטײנדל. ― אַזאַ יונגאַטש, קראַנק נעמען אַ ספֿר אין האַנט, קכע־הע־הע!
    איך הײב אָן צו װײנען אַף אַ קול; דער טאַטע פֿאַרבעסערט מיר מיט עטלעכע פּעטש, און די מאַמע לױפֿט אַרײַן פֿון קיך מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, מיט אַ גװאַלד:
    ― שאַ, שאַ, װאָס איז דאָרט אַזעלכעס? פֿאַרװאָס שלאָגסטו אים? גאָט איז מיט דיר! װאָס האָסטו צום קינד? װײ איז מיר ניט!…
    ― מעסערלעך?… ― שרײַט דער טאַטע און פֿאַרהוסט זיך. ― אַ ברעקעלע קינד!… אַזאַ יונגאַטש!… קכע־הע־הע!… קראַנק נעמען אַ ספֿר אין האַנט? אַ בחורל פֿון אַכט יאָר!… איך װעל דיר געבן מעסערלעך, דו פּוסטער בחור אײנער!.. אין מיטן דרינען גאָר מעסערלעך, קכע־הע־הע! …
    גװאַלד, װאָס האָט ער געהאַט צו מײַן מעסערל? װאָס האָט דאָס באַ אים אַזױנס פֿאַרזינדיקט?… פֿאַרװאָס איז ער אַזױ אין כּעס?…
    איך געדענק מײַן טאַטן כּמעט שטענדיק קראַנק, שטענדיק בלאַס, געל, און תּמיד אין כּעס, תּמיד ברוגז אַף דער גאַנצער װעלט. פֿאַר אַ מינדסטער נאַרישקײט װערט ער אָנגעצונדן און װיל מיך נאָר דורס זײַן. אַ גליק, װאָס די מאַמע פֿאַרהיט מיך, זי לײזט מיך אױס פֿון זײַנע הענט.

     

     

    צילומים: מלינדה פכנר / רותם פרי