מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    אַנו, הערשעלע דער גרױסער, גײ נאָר אַרױס פֿונעם טיש אַהער, צו מיר, געשװינטער, אָט אַזױ; און דערצײל אונדז אַקאָרשט די מעשׂה פֿון אָנהײב ביזן סוף, װיִאַזױ אונדזער בערעלע איז געװאָרן אַ גנבֿ. הערט, חבֿרה, מיט קאָפּ!

    און „הערשל דער גרױסער“ הײבט אָן צו דערצײלן אַמעשׂה. װיִאַזױ בערל האָט זיך דערשלאָגן צו רב מאיר־בעל־נס־פּושקע, װאָס זײַן מאַמע װאַרפֿט אַהין אַלע פֿרײַטיק פֿאַר ליכט־בענטשן א קאָפּיקע, און אַמאָל צװײ; װיִאַזױ בערל האָט זיך דאָביװעט צו דער דאָזיקער צדקה־פּושקע, אַף װעלכער עס הענגט אַ שלעסעלע; װיִאַזױ בערל האָט מיט אַ שטרױעלע מיט סמאָלע אַרױסגעשלעפּט פֿון דאָרטן אַלע קאָפּיקעס אײנציקװײַז ביז לעצט; װיִאַזױ די מאַמע זײַנע „זלאַטע די הײזעריקע“, האָט זיך געכאַפּט, געעפֿנט די דאָזיקע צדקה־פּושקע, דאָרט איז געלעגן א שטרױ, אײַנגעטונקען אין סמאָלע; װיִאַזױ זלאַטע די הײזעריקע האָט אים „צוגעשטעלט אַ בענקעלע“; װיִאַזױ בערל האָט זיך באַלד נאָך דעם רבינס שמיץ מודה געװען, אַז א גאַנץ יאָר, א קײַלעכיק יאָר, האָט ער געשלעפּט פֿון דער צדקה־פּושקע די קאָפּיקעס, װיִאַזױ ער האָט זיך יעדן זונטיק געקױפֿט צװײ לעקעכלעך מיט א באָקסער! װיִאַזױאון אַזױ װײַטער און װײַטער.

    אַצינד, קינדער, משפּט אים! איך װײסט שױן, װיִ אַזױ. דאָס איז שױן באַ אײַך ניט דאָס ערשטע מאָל.לאָז יעדער זאָגן זײַן משפּט, װאָס קומט אַ גנבֿ, װאָס שלעפּט קאָפּיקעס פֿון אַ צדקה־פּושקע. הערשל דער קלײנער, זאָג דו צום ערשטן, װאָס קומט אַזאַ גנבֿ, װאָס שלעפּט קאָפּיקעס מיט אַ שטרױ פֿון אַ צדקה־פּושקע?

     

     

    צילומים: פלי אליאס / לירון שוורץ