מָעָבר לְעמודה מספר 1
  • ייִדִישׁ

    דער עולם שלאָפֿט. שאַ שטיל אַרום און אַרום. פּאַװאָלינקע הײב איך מיך אױף אַף אַלע פֿיר, און שטיל, װי אַ קאַץ, גנבֿה איך מיך אַרױס אין הױף אַרױס. די נאַכט איז שטיל, די לופֿט איז פֿריש מחיה נפֿשות. פּאַמעלעך קריך איך צו צו יענעם אָרט, װוּ דאָס מעסערל ליגט באַגראָבן. פּאַװאָליע גראָב איך דאָס אױס פֿון דאָרטן און באַטראַכט דאָס באַ דער לבֿנה; עס גלאַנצט, עס בלישטשעט, װי גינגאָלד, װי אַ בריליאַנט. איך הײב אױף די אױגן אַרױף און דערזע ― די לבֿנה קוקט גלײַך אַראָפּ צו מיר, אַף מײַן מעסערלװאָס קוקט זי זיך אַזױ אײַן? איך דרײ מיך אױס צוריק ― זי קוקט מיר נאָך. איך פֿאַרשטעל דאָס מעסערל מיטן העמדל ― זי קילט מיר נאָך. זי װײס געװיס, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מעסערל און װוּ איך האָב דאָס גענומעןגענומען?… איך האָב דאָס געגנבֿהט!

    דאָס ערשטע מאָל, פֿון זינט דאָס מעסערל איז מײַנס, קומט מיר דאָס דאָזיקע שרעקלעכע װאָרט אַף די געדאַנקען. געגנבֿהט? בין איך דאָך, הײסט דאָס, אַ גנבֿ! פּשוט, אַ גנבֿ? אין דער תּורה שטײט געשריבן, אין די עשׂרת הדברות, מיט גרױסע אותיות: ל א  ת ג נ ו בֿ! זאָלסט ניט גנבֿהנען! און איך האָב געגנבֿהט! װאָס װעט מען מיר דערפֿאַר טאָן אין גיהנם? אױ, װײ! מען װעט מיר אָפּהאַקן די האַנט, די האַנט, װאָס זי האָט געגנבֿהטמען װעט מיך שמײַסן מיט אײַזערנע ריטערמען װעט מיך בראָטן און ברענען אַף הײסע סקאָװרעדעסאײביק, אײביק װעל איך גליִעןמען באַדאַרף אָפּגעבן דאָס מעסערל. מען באַדאַרף אַנידערלײגן צוריק דאָס מעסערל, מען באַדאַרף נישט קײן גנבֿהש מעסערל! מאָרגן לײג איך אַנידער צוריק דאָס מעסערל.

     

     

    צילומים: נעה עצמון / שגיא בן דוד